SlideShare a Scribd company logo
1 of 2
Download to read offline
גליון י"ב | פרשת אמור | י"ז אייר 
ב"ה 
)לקו"ש ח"ז פרשת אמור( 
,,וַ יֹּאמֶר יְהֹּוָה אֶל משֶׁה אֱמֹּר אֶל הַ כֹּהֲנִים בנֵי אַהֲרֹּן וְאָמַרְ תָ אֲלֵהֶם לְנֶפֶשׁ לֹּא יִ ט מָא בעַ מָיו:" )ויקרא כא, א( 
כתב יד קודש
י ח י א ד ו נ נ ו מ ו ר נ ו ו ר ב י נ ו מ ל ך ה מ ש י ח ל ע ו ל ם ו ע ד 
בכל מקום שגלו שכינה 
עמהם 
אומקערנדיק זיך לעניננו: היות מען געפינט זיך 
צווישן אומות העולם וואס ביי זיי איז ״החושך יכסה ארץ 
וערפל לאומים״; 
ביז אז די שכנים ארום אידן זיינען אמאל 
״מלעיגים״, זיי שפאָטן אָפ פון אידישקייט און פון 
אידישע ערציאונג, זאגנדיק - אז דאס איז א ״חינוך" וואס 
וועט ניט מוסיף זיין אין דער ״פרנסה״ פון די קינדער, 
אין מאכן נאך א דאלאר וכיו״ב, ווארום מ׳לערנט ענינים 
פון תורת משה וואס זיינען געגעבן געווארן מיט 
טויזנטער יארן צוריק אין מדבר, און מען איז מחנך דעם 
קינדער זאל זיך פירן לויט דער תורה בזמן הזה ובמקום 
הזה - 
ווערט שווער, ווי קען מען דאס אויספירן? 
איז אויך אויף דעם פאראן אן ענטפער אין דברי 
רשב״י, וואס ער האט געזאגט אז ״כל מקום שגלו 
)ישראל( - שכינה עמהם״! 
ד.ה. ס'איז ניט דער פשט ח"ו, אז א איד געפינט זיך 
אין גלות, און דער אויבעשטער געפינט זיך אין זיין 
"פאלאץ", אין די הימלען, און קוקט זיך צו פון אויבן 
וואס עס טוט זיך מיט די אידן אונטן, און גיט זיי ברכות - 
נאר, זאגט רשב״י: דער אויבערשטער געפינט זיך דארט 
וואו עס געפינט זיך יעדער איד, און בשעת א איד געפינט 
זיך אין גלות, געפינט זיך דער אויבערשטער כביכול 
צוזאמען מיט אים אין גלות! 
און דאס מיינט אז ניט ער געפינט זיך דארט ווי א 
״זייטיקער״ ענין, נאר באופן אז ״בכל צרתם לו צר״: 
בשעת א אידן איז ענג מחמת דעם גלות, צי דאס איז אן 
ענגקייט ברוחניות אדער אפילו בגשמיות - זאגט דאן דער 
אויבערשטער, אז ער )דער אויבערשטער( האט )כביכול( 
״ליידן״ און ״שוועריקייט״ און ״ענגקייט״ וואס דער איד 
האט! 
און דאס איז ״בכל מקום שגלו״ - צי אין ״בבל״ )אין 
ערשטן גלות( אדער אין ״אדום״ )דעם לעצטן גלות( - 
אלע מאל איז ״שכינה עמהם״. 
וואס דערפון איז מובן, אויף וויפל מען האט דעם 
סיוע פון דעם אויבערשטן, אויף איבערקומען די אלע 
שוועריקייטן, ווארום דער אויבערשטער האט זיך כביכול 
אליין אריינגעשטעלט אין די שוועריקייטן. 
דערביי קומט צו נאך אן ענין: 
היות אז ״בכל צרתם לו צר״ - ווערט דאך נאך 
שטארקער די טענה ״למה יאמרו הגוים אי׳ אלקיהם״. 
וואס דעריבער איז פארשטאנדיק די גרויסע 
השתדלות כביכול פון אויבערשטן, אז די גאולה זאל 
קומען וואס פריער! 
אןן עס דארף אויך פועל'ן אויף א אידן, אים זאל 
הארן דאס וואס דער אויבערשטער איז אין גלות, ביז אז א 
איד דארף שרייען ״עד מתי״: ווען וועט שוין קומען די 
גאולה! און ווען וועט שוין דער אויבערשטער ארויסגיין 
פון גלות, און מיטנעמען מיט זיך אלע אידן, וואס זיי אלע 
וועלן ארויסגיין פון גלות! 
און אויך דער ענין, ווי דער אויבערשטער גייט ארויס 
פון גלות צוזאמען מיט אידן - שטייט בהמשך דברי 
רשב״י: נאך דעם וואס ער זאגט אז ״בכל מקום שגלו 
שכינה עמהם״, איז ער מוסיף וממשיך ״ואף כשהן 
עתידין להיגאל שכינה עמהם"! 
ד.ה. רשב״י זאגט - מען זאל ניט מיינען אז כאטש 
דער אויבערשטער געפינט זיך אין גלות צוזאמען מיט 
אידן, אבער ווען עס קומט צום ארויסגיין פון גלות גייט 
ער )דער אויבערשטער( ארויס איידער אידן, עכ״פ איין 
רגע פאר אידן - נאר א איד דארף וויסן און זיין רואיק, אז 
כל זמן ער געפינט זיך אין גלות איז דער אויבערשטער 
גייט ארויס מיט אידן, ווי עס שטייט ״ושב ה״א את 
שבותך״ - עם שבותך, ד.ה. בשעת ער נעמט ארויס אידן 
פון גלות, דאן גייט ער ארויס פון גלות. 
און דאס אלץ ווערט אויפגעטאן ווי עס איז געווען 
ביי גלות מצרים, אז נאך זייענדיק אין גלות איז ״לכל בני 
ישראל הי׳ אור במושבותם״, און בטלה עבודה מישראל, 
מיט כמה חדשים לפני הגאולה )ווי ס׳איז געווען במצרים 
- ״בראש השנה בטלה עבודה מאבותינו במצרים״, דער 
אויבערשטער גיט די ברכה, אז נאך זייענדיק אין גלות 
זאל ווערן ליכטיק ביי יעדען אידן און ביי אלע אידן, 
ליכטיק ברוחניות און אויך ליכטיק בגשמיות. 
)משיחת ל"ג בעומר תשד"מ– בלתי מוגה( 
דאלאי גלות 
ע"ה 
לזכות 
הרה"ח ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה 
רובאשקין 
שיצא מן המיצר אל המרחב תומ"י 
לזכות 
החיילת בצבאות ה' 
הינדא שרה אסתר בת חנה 
ווינטער 
ליום הולדת שלה כ' אייר 
לעילוי נשמת 
הרה"ח הרה"ת ר' יצחק ע"ה 
בן הרה"ח הרה"ת ר' חיים 
שפרינגער 
נלב"ע 
כ"ז ניסן השתא

More Related Content

More from MoshiachWeekly

Moshiach weekly korach b lpdf
Moshiach weekly   korach b lpdfMoshiach weekly   korach b lpdf
Moshiach weekly korach b lpdfMoshiachWeekly
 
79. moshiach weekly ekev
79. moshiach weekly   ekev79. moshiach weekly   ekev
79. moshiach weekly ekevMoshiachWeekly
 
75. moshiach weekly matos
75. moshiach weekly   matos75. moshiach weekly   matos
75. moshiach weekly matosMoshiachWeekly
 
74. moshiach weekly pinchas
74. moshiach weekly   pinchas74. moshiach weekly   pinchas
74. moshiach weekly pinchasMoshiachWeekly
 
72. moshiach weekly x 3 tlq
72. moshiach weekly x 3 tlq72. moshiach weekly x 3 tlq
72. moshiach weekly x 3 tlqMoshiachWeekly
 
69. moshiach weekly behaaloscha
69. moshiach weekly   behaaloscha69. moshiach weekly   behaaloscha
69. moshiach weekly behaaloschaMoshiachWeekly
 
68. moshiach weekly naso.pdf
68. moshiach weekly   naso.pdf68. moshiach weekly   naso.pdf
68. moshiach weekly naso.pdfMoshiachWeekly
 
67. moshiach weekly bamidbor
67. moshiach weekly   bamidbor67. moshiach weekly   bamidbor
67. moshiach weekly bamidborMoshiachWeekly
 
66. moshiach weekly bechukosai
66. moshiach weekly  bechukosai66. moshiach weekly  bechukosai
66. moshiach weekly bechukosaiMoshiachWeekly
 
64. moshiach weekly emor
64. moshiach weekly   emor64. moshiach weekly   emor
64. moshiach weekly emorMoshiachWeekly
 
62. 11 nissan expanded edition lq
62. 11 nissan expanded edition lq62. 11 nissan expanded edition lq
62. 11 nissan expanded edition lqMoshiachWeekly
 
61. moshiach weekly metzora
61. moshiach weekly   metzora61. moshiach weekly   metzora
61. moshiach weekly metzoraMoshiachWeekly
 
59. moshiach weekly shmini
59. moshiach weekly   shmini59. moshiach weekly   shmini
59. moshiach weekly shminiMoshiachWeekly
 
56. x moshiach weekly adar
56. x moshiach weekly adar56. x moshiach weekly adar
56. x moshiach weekly adarMoshiachWeekly
 
54. moshiach weekly tisa
54. moshiach weekly   tisa54. moshiach weekly   tisa
54. moshiach weekly tisaMoshiachWeekly
 
53. moshiach weekly tetzave
53. moshiach weekly   tetzave53. moshiach weekly   tetzave
53. moshiach weekly tetzaveMoshiachWeekly
 
52. moshiach weekly truma
52. moshiach weekly   truma52. moshiach weekly   truma
52. moshiach weekly trumaMoshiachWeekly
 
51. moshiach weekly mishpotim
51. moshiach weekly   mishpotim51. moshiach weekly   mishpotim
51. moshiach weekly mishpotimMoshiachWeekly
 
49. x moshiach weekly shevat
49. x moshiach weekly shevat49. x moshiach weekly shevat
49. x moshiach weekly shevatMoshiachWeekly
 
48. moshiach weekly bo
48. moshiach weekly   bo48. moshiach weekly   bo
48. moshiach weekly boMoshiachWeekly
 

More from MoshiachWeekly (20)

Moshiach weekly korach b lpdf
Moshiach weekly   korach b lpdfMoshiach weekly   korach b lpdf
Moshiach weekly korach b lpdf
 
79. moshiach weekly ekev
79. moshiach weekly   ekev79. moshiach weekly   ekev
79. moshiach weekly ekev
 
75. moshiach weekly matos
75. moshiach weekly   matos75. moshiach weekly   matos
75. moshiach weekly matos
 
74. moshiach weekly pinchas
74. moshiach weekly   pinchas74. moshiach weekly   pinchas
74. moshiach weekly pinchas
 
72. moshiach weekly x 3 tlq
72. moshiach weekly x 3 tlq72. moshiach weekly x 3 tlq
72. moshiach weekly x 3 tlq
 
69. moshiach weekly behaaloscha
69. moshiach weekly   behaaloscha69. moshiach weekly   behaaloscha
69. moshiach weekly behaaloscha
 
68. moshiach weekly naso.pdf
68. moshiach weekly   naso.pdf68. moshiach weekly   naso.pdf
68. moshiach weekly naso.pdf
 
67. moshiach weekly bamidbor
67. moshiach weekly   bamidbor67. moshiach weekly   bamidbor
67. moshiach weekly bamidbor
 
66. moshiach weekly bechukosai
66. moshiach weekly  bechukosai66. moshiach weekly  bechukosai
66. moshiach weekly bechukosai
 
64. moshiach weekly emor
64. moshiach weekly   emor64. moshiach weekly   emor
64. moshiach weekly emor
 
62. 11 nissan expanded edition lq
62. 11 nissan expanded edition lq62. 11 nissan expanded edition lq
62. 11 nissan expanded edition lq
 
61. moshiach weekly metzora
61. moshiach weekly   metzora61. moshiach weekly   metzora
61. moshiach weekly metzora
 
59. moshiach weekly shmini
59. moshiach weekly   shmini59. moshiach weekly   shmini
59. moshiach weekly shmini
 
56. x moshiach weekly adar
56. x moshiach weekly adar56. x moshiach weekly adar
56. x moshiach weekly adar
 
54. moshiach weekly tisa
54. moshiach weekly   tisa54. moshiach weekly   tisa
54. moshiach weekly tisa
 
53. moshiach weekly tetzave
53. moshiach weekly   tetzave53. moshiach weekly   tetzave
53. moshiach weekly tetzave
 
52. moshiach weekly truma
52. moshiach weekly   truma52. moshiach weekly   truma
52. moshiach weekly truma
 
51. moshiach weekly mishpotim
51. moshiach weekly   mishpotim51. moshiach weekly   mishpotim
51. moshiach weekly mishpotim
 
49. x moshiach weekly shevat
49. x moshiach weekly shevat49. x moshiach weekly shevat
49. x moshiach weekly shevat
 
48. moshiach weekly bo
48. moshiach weekly   bo48. moshiach weekly   bo
48. moshiach weekly bo
 

12. moshiach weekly emor

  • 1. גליון י"ב | פרשת אמור | י"ז אייר ב"ה )לקו"ש ח"ז פרשת אמור( ,,וַ יֹּאמֶר יְהֹּוָה אֶל משֶׁה אֱמֹּר אֶל הַ כֹּהֲנִים בנֵי אַהֲרֹּן וְאָמַרְ תָ אֲלֵהֶם לְנֶפֶשׁ לֹּא יִ ט מָא בעַ מָיו:" )ויקרא כא, א( כתב יד קודש
  • 2. י ח י א ד ו נ נ ו מ ו ר נ ו ו ר ב י נ ו מ ל ך ה מ ש י ח ל ע ו ל ם ו ע ד בכל מקום שגלו שכינה עמהם אומקערנדיק זיך לעניננו: היות מען געפינט זיך צווישן אומות העולם וואס ביי זיי איז ״החושך יכסה ארץ וערפל לאומים״; ביז אז די שכנים ארום אידן זיינען אמאל ״מלעיגים״, זיי שפאָטן אָפ פון אידישקייט און פון אידישע ערציאונג, זאגנדיק - אז דאס איז א ״חינוך" וואס וועט ניט מוסיף זיין אין דער ״פרנסה״ פון די קינדער, אין מאכן נאך א דאלאר וכיו״ב, ווארום מ׳לערנט ענינים פון תורת משה וואס זיינען געגעבן געווארן מיט טויזנטער יארן צוריק אין מדבר, און מען איז מחנך דעם קינדער זאל זיך פירן לויט דער תורה בזמן הזה ובמקום הזה - ווערט שווער, ווי קען מען דאס אויספירן? איז אויך אויף דעם פאראן אן ענטפער אין דברי רשב״י, וואס ער האט געזאגט אז ״כל מקום שגלו )ישראל( - שכינה עמהם״! ד.ה. ס'איז ניט דער פשט ח"ו, אז א איד געפינט זיך אין גלות, און דער אויבעשטער געפינט זיך אין זיין "פאלאץ", אין די הימלען, און קוקט זיך צו פון אויבן וואס עס טוט זיך מיט די אידן אונטן, און גיט זיי ברכות - נאר, זאגט רשב״י: דער אויבערשטער געפינט זיך דארט וואו עס געפינט זיך יעדער איד, און בשעת א איד געפינט זיך אין גלות, געפינט זיך דער אויבערשטער כביכול צוזאמען מיט אים אין גלות! און דאס מיינט אז ניט ער געפינט זיך דארט ווי א ״זייטיקער״ ענין, נאר באופן אז ״בכל צרתם לו צר״: בשעת א אידן איז ענג מחמת דעם גלות, צי דאס איז אן ענגקייט ברוחניות אדער אפילו בגשמיות - זאגט דאן דער אויבערשטער, אז ער )דער אויבערשטער( האט )כביכול( ״ליידן״ און ״שוועריקייט״ און ״ענגקייט״ וואס דער איד האט! און דאס איז ״בכל מקום שגלו״ - צי אין ״בבל״ )אין ערשטן גלות( אדער אין ״אדום״ )דעם לעצטן גלות( - אלע מאל איז ״שכינה עמהם״. וואס דערפון איז מובן, אויף וויפל מען האט דעם סיוע פון דעם אויבערשטן, אויף איבערקומען די אלע שוועריקייטן, ווארום דער אויבערשטער האט זיך כביכול אליין אריינגעשטעלט אין די שוועריקייטן. דערביי קומט צו נאך אן ענין: היות אז ״בכל צרתם לו צר״ - ווערט דאך נאך שטארקער די טענה ״למה יאמרו הגוים אי׳ אלקיהם״. וואס דעריבער איז פארשטאנדיק די גרויסע השתדלות כביכול פון אויבערשטן, אז די גאולה זאל קומען וואס פריער! אןן עס דארף אויך פועל'ן אויף א אידן, אים זאל הארן דאס וואס דער אויבערשטער איז אין גלות, ביז אז א איד דארף שרייען ״עד מתי״: ווען וועט שוין קומען די גאולה! און ווען וועט שוין דער אויבערשטער ארויסגיין פון גלות, און מיטנעמען מיט זיך אלע אידן, וואס זיי אלע וועלן ארויסגיין פון גלות! און אויך דער ענין, ווי דער אויבערשטער גייט ארויס פון גלות צוזאמען מיט אידן - שטייט בהמשך דברי רשב״י: נאך דעם וואס ער זאגט אז ״בכל מקום שגלו שכינה עמהם״, איז ער מוסיף וממשיך ״ואף כשהן עתידין להיגאל שכינה עמהם"! ד.ה. רשב״י זאגט - מען זאל ניט מיינען אז כאטש דער אויבערשטער געפינט זיך אין גלות צוזאמען מיט אידן, אבער ווען עס קומט צום ארויסגיין פון גלות גייט ער )דער אויבערשטער( ארויס איידער אידן, עכ״פ איין רגע פאר אידן - נאר א איד דארף וויסן און זיין רואיק, אז כל זמן ער געפינט זיך אין גלות איז דער אויבערשטער גייט ארויס מיט אידן, ווי עס שטייט ״ושב ה״א את שבותך״ - עם שבותך, ד.ה. בשעת ער נעמט ארויס אידן פון גלות, דאן גייט ער ארויס פון גלות. און דאס אלץ ווערט אויפגעטאן ווי עס איז געווען ביי גלות מצרים, אז נאך זייענדיק אין גלות איז ״לכל בני ישראל הי׳ אור במושבותם״, און בטלה עבודה מישראל, מיט כמה חדשים לפני הגאולה )ווי ס׳איז געווען במצרים - ״בראש השנה בטלה עבודה מאבותינו במצרים״, דער אויבערשטער גיט די ברכה, אז נאך זייענדיק אין גלות זאל ווערן ליכטיק ביי יעדען אידן און ביי אלע אידן, ליכטיק ברוחניות און אויך ליכטיק בגשמיות. )משיחת ל"ג בעומר תשד"מ– בלתי מוגה( דאלאי גלות ע"ה לזכות הרה"ח ר' שלום מרדכי הלוי בן רבקה רובאשקין שיצא מן המיצר אל המרחב תומ"י לזכות החיילת בצבאות ה' הינדא שרה אסתר בת חנה ווינטער ליום הולדת שלה כ' אייר לעילוי נשמת הרה"ח הרה"ת ר' יצחק ע"ה בן הרה"ח הרה"ת ר' חיים שפרינגער נלב"ע כ"ז ניסן השתא