1. גליון י"ג | פרשת בהר-בחוקותי | כ"ד אייר
ב"ה
עבדא בהפקרא ניחא ליה
)משיחת ש"פ יתרו תשמ"ה בלתי מוגה(
,, וְכִי יָמוּךְ אָחִיךָ עִמָּךְ וְנִמְ כּר לָךְ . . לֹא תִרְדֶּּה בוֹ בְּפָרֶּךְ :" )ויקרא כה, לט-מג(
כסא הכבוד
חיות
)פיסקא רבתי לו(
כתב יד קודש
2. י ח י א ד ו נ נ ו מ ו ר נ ו ו ר ב י נ ו מ ל ך ה מ ש י ח ל ע ו ל ם ו ע ד
דער רמב"ם זאגט, אין דער שיעור וועגן
וועלכע מען האט גערעדט אין פריערדיקע מאל,
אז א איד וויל מקיים זיין רצון הקב"ה, נאר יצרו
הוא שתקפו במילא איז דאך פארשטאנדיק,
וויבאלד אז ביי דעם אויבערשטער איז ניט שייך
זאגן ח"ו פון יצרו תקפו, איז דאך א זיכערע זאך
אז ער פירט דאס אויס און אזוי טוט ער דאס אויך
בגלוי, אז ער גיט מידו המלאה הפתוחה הקדושה
והרחבה, וואס דערפאר ווערט נאך שטארקער
דער געשריי עד מתי!
וויבאלד אז ס'איז דא א געפסק'נטער דין 'הזן
בטובו בחן בחסד וברחמים' כל באי עולם, על אחת
כמה וכמה ישראל עם קדושה, על אחת כמה וכמה
אז דאס איז דער אישה שלו, וואס ער האט מיט
איר חתונה געהאט, און זיך מתחייב געווען אין
שארה כסותה ועונתה לא ישבות, און ער האט דאס
מחייב געווען עס זאל זיין אין אזא מין אופן ווי
דאס דארף זיין לפי הבנת האישה, אויב ער וועט
איר געבן אזא מין מזון וואס איז גוט פאר'ן בעל
און דער אישה, קאן דאס ניט עסן, אדער זי האלט
ניט דערפון דעמאלט איז דאס ניט איר כסות, און
ניט איר שאר, ס'דארף זיין לפי מידתה, און
ס'דארף זיין לפי כבודה ולפי הבנתה, על אחת
כמה וכמה דער ענין פון עונתה, וואס ס'דארף זיין
דוקא ע"י פיוס וברצון ווי דער רמב"ם איז מבאר
דאס אין די פרקים.
וואס דערפאר איז ניטא קיין אנדערע עצה נאר
מאכן דעם אמת'ן געוואלד )כ"ק אדמו"ר שליט"א
חייך, ואמר( קלאפן אין דעם טישן, ווי מען דארף
קלאפן אין דעם טישן, און מען דארף ניט
צובערכן דעם טישן, ווייל דעמאלט וועט ניט זיין
וואס צו אוועקשטעלן די כוסות, און די וואס
שלאפן וועט זיך ניט קענען אנשפארן, ס'וועט ניט
זיין וואס צו אנשפארן ווייל מען האט צובראכן
דעם טיש, במילא מוז דער טיש זיין גאנץ.
דער עיקר איז אבער, וואס איז נוגע טישן מיט
כל הענינים כולם, מען דארף האבן משיח צדקנו
ולמטה מעשרה טפחים ובגלוי ממש: איש עוסק
בתורה כדוד אביו, וילחום מלחמת ה' וינצח, ויבנה
בית המקדש במקומו, אדער דער בית המקדש
יורד מלמעלה למטה, ווי ס'וועט זיין ווען ארו עם
ענני שמיא ובעגלא דידן ממש לא עיכבן אפילו
כהרף עין וועט מען זען דעם ואולך אתכם
קוממיות, און מ'וועט זען דער לילה כיום יאיר,
און זען דעם פירוש בגלוי פון די אלע פסוקים פון
דעם שיעור פון בחוקותי, ווי אזוי דאס איז ברכות
נגלות בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה
טפחים, מידו המליאה הפתוחה הקדושה והרחבה,
און א גדושה ווי ס'שטייט אין דער סידור פון דער
בעש"ט מיט א גימ"ל, וואס ס'גיסט זיך אריבער די
והותר כוסי רוי' במהרה בימינו ממש
)ניגנו "ווי וואנט משיח נאו" בהתלהבות
עצומה משך זמן ארוך ביותר )שעה ומחצה!...((
)משיחת ל"ג בעומר תשמ"ו – בלתי מוגה(
דאלאי גלות
)כפר חב"ד תמוז ס"ו(
לזכות
הרוצה בעילום שמו
שיתברך בכל טוב סלה
בגו"ר
לזכות
הת' מנחם מענדל שי' גאנזבורג
לרגל יום הולדתו בל"ג בעומר
להצלחה רבה בגשמיות וברוחניות
למעלה ממדידה והגבלה
ע"י המערכת
לעילוי נשמת
התמים נתן נטע ב"ר זלמן יודא ע"ה
דייטש
נלב"ע ל"ג בעומר ה'תש"ע
נדבת ע"י
התמים שמואל שיחי' ווילשאנסקי
לזכות
הת' אברהם שי' סעדאגט
לרגל יום הולדתו כ"ג אייר
להצלחה רבה בגשמיות וברוחניות
למעלה ממדידה והגבלה